Latest / היום יום אויף אידיש - הרב יוסף יצחק כאצמאן

היום יום כב טבת - אַ חוֹב גָּמוּר צוּ טראַכטעֶן יעֶדעֶן טאָג וועֶגן חִנּוּךְ פוּן קִינדעֶר
הַכְרָזַת אַאַמוּ"ר בְּאַחַת הַהִתְוַעֲדוּת
אָט אַזוֹי וִוי הַנָחַת תְּפִילִּין בְּכָל יוֹם אִיז אַ מִצְוָה דְאוֹרַיְיתָא אוֹיף יעֶדעֶן אִידעֶן
אָהן אַ חִלּוּק צִי אַ גָּדוֹל בַּתּוֹרָה, צִי אַ אִישׁ פָּשׁוּט
אַזוֹי אִיז אַ חוֹב גָּמוּר אוֹיף יעֶדעֶן אִידעֶן
צוּ טראַכטעֶן יעֶדעֶן טאָג אַ האַלבּעֶ שָׁעָה וועֶגן דעֶם חִנּוּךְ פוּן קִינדעֶר
אוּן טאָן אַלץ וואָס עֶס אִיז בְּכוֹחוֹ צוּ טאָן אוּן יֶתֶר מִכְּפִי כֹחוֹ
זעֶהן פּוֹעֵל זַיין בַּיי דִי קִינדעֶר, אַז זֵיי זאָלעֶן געֶהן אִין דעֶם דֶּרֶך וואָס מעֶן אִיז זֵיי מַדְרִיךְ
The skinny
The skinny isn't ready yet — notes appear once the transcript is processed.